לדוגמא: הרב שך | "הרב שך"
חפשו

דער זין פון לעבן


מאת: נח זבולוני
פורסם: לעצטע נייעס | לעצטע נייעס - עמוד פנימי - 29/11/1988 (יום שלישי)
דער יידיש - עסטרייכישער פסיכיאטר, וויקטאר פרענקל, וועלכער האט אדורכגעמאכט די שואה - תקופה אין די נאצישע לאגערן, איז געקומען צו אן אויספיר, וואס איז געווארן פארוואנדלט אין א באהאנדלונגס - סיסטעם אין דער מאדערנער פסיכיאטריע.

וויקטער פרענקל פרעגט: "פארוואס בין איך געבליבן לעבן נאכדעם ווי מיינע עלטערן, מיין פרוי און די גאנצע פאמיליע זענען אומגעקומען דורך די נאצישע מערדערס, פארוואס בין איך נישט באגאנגען קיין זעלבסטמארד, ווען צו דעם אלעמען בין איך געווארן געפפי ניקט און דערנידעריקט ?" זיינע מסקנות זענען פארצייכנט געווארן אין א בוך וואס ער האט אנגעשריבן, און אין וועלכן ער האט אויך דערקלערט, אז דאס בוך איז געווען די סיבה וואס ער האט געמאכט גרויסע אנשטרענגונגען צו בלייבן לעבן. און ווען די בלעטלעך פונעם בוך זענען געווארן פארניכטעט, האט פרענקל ווידער געמאכט אנשטרענ גונגען כדי צו רעסטאווירירן דאס געשריבענע און דאס בוך "דער מענטש זוכט א זין", איז געווארן אנערקענט ווי א סיסטעם צו באהאנדלען מענטשן וועלכע האבן פארלוירן דעם ווילן צו לעבן.

אט דאס דאזיקע סיסטעם איז געווארן אנגענומען דורך דעם פענסיאנער יהודה ניר, דער געוועזענער דירעקטאר פון דער שולע פאר ספעציעלער דערציאונג אין ירושלים, און חבר פון דער פארוואלטונג פונעם פענסיאנערן-קלוב אין קרית משה. יהודה ניר איז דא געווארן דער לעבעדיקער נערוו פון דעם קלוב. ער טענחט, אז דאם אפרייסן זיך פון דעם ארבעטס - ארט, ווו א מענטש האט געשאפן, געווירקט און געפילט אן אנגעהעריקייט, פארשאפט אפטמאל דעם פענסיאנער שווערע איבערלעבונגען און דער מענטש פארלירט דעם אינטערעס אין לעבן. די מעדיצינישע באהאנדלונג, די ריכטיעק שפייז, דאס פארברענגען אין דעם קלוב, קענען נישט פארטרעטן ביים פענסיאנער דעם פארלאנג צו געבן פון זיך און צו געניסן פון אגעהעריקער אפשאצונג.

די דירעקציע פונעם קלוב האט באשלאסן אנצוהויבן אן אקציע פון סטימולירן די שעפערישקייט פון דעם פענסיאנער. מען האט פובליקירט וועגן אן אויסשטעלונג פון מאלערייען, סקולפטור ארבעטן, האנט - ארבעטן און ליטערארישע שאופנגען פון די חברים, און מען האט געבעטן זיך פארשרייבן. די דירעקציע איז איבעראשט געווארן פון דעם שפע פון די שאפונגען פון די פענסיאנערן.

יוסף זילבערבערג, דער 86 יאריקער פענסיאנער, האט געארבעט אין א מעטאל - פאבריק און אין דער צייט פון דער זעלבשטענדיקייט מלחמה האטער געארבעט אין א קעלער פון דער סוכנות, ווו ער האט געהאלפן פראדוצירן די בארימטע "דאווידעק", פאר דער פארטיידיקונג פון ירושלים. היינט פארנעמט זיך זילבערבערג מיט סקולפטור - ארבעט פון מעטאל און פון האלץ, און ער פארמאגט שוין אן ערך 100 סקולפטורן. אויף א קליינעם באלקאן פון זיין הויז אין קריית משה, שאפט ער זיינע ארבעטן וועלכע פארמאגן א גרויסן קינסטלערישן וועט.

די 80 יאריקע אסתר כהנא, א געבוירענע אין קראקע, האט געארבעט ווי א צייכענערין אין אינערן - מיניסטעריום און היינט געפינט זי איר באפרידיקונג אין מאלעריי. זי דערציילט אז אין קראקע איז זי באאינפלוסט געווארן פון די קונסט-ווערק אין די פאלאצן פון די פולישע קעניגן, באזונדערס פון דער קאטעדראלע וועלכע איז געבויט געווארן אין 9-טן יארהונדערט, רעסטוורירט געווארן אין 14-טן יארהונדערט און אין גאטישן סטיל ווידער געווארן אויסגעפוצט אין 16-טן יארהונדערט.

דער פענסיאנער איתן דיין, 72 יאר אלט, האט געארבעט אין "אגד" אין ירושלים. זיין אינטערעסאנטער לעבנס-גאנג האט זיך אבער אנגעהויבן אין נהלל. ער האט געוולט זיין א פאסטעך פון שאף אויף די פעלדער פונעם פאטערלאנד. ער האט טאקע זיך געלערנט פאשען שאף ביי די אראבישע פאסטעכער און געלערנט זייער לעבנס-סטיל. פארשיידענע געשעענישן האבן אים פארפירט קיין חניתה און שפעטער האט ער פארביטן זיין איבערגעגעבנקייט צו די שאף מיט דעם אויטאבוסן-רעדל און זיינע געפילן אוועקגעשענקט די פאסאזשירן. זיין בענקעניש צו דעם פרימיטיוון לעבנס - שטייגער האט ער אויסגעדריקט אין זיין בוך "מיין טשערעדע און איך" וואס ער האט ארויסגעגעבן אלס פענסיאנער.

צען פענסיאנערן נעמען אנטייל אין דער אינטערעסאנטער אויסשטעלונג מיט ביכער" לידער און פראזע, פארשונג און איבערזעצונגען פון דער קלאסישער ליטעראטור, מיט אפהנדלונגען צו די לידער פונעם מיטלאלטער, מיט האלץ-סקולפטורן קעראמיק - ארבעטן, מאלע רייען אין אקווארעל און איל אייל, און אנדערע קונסט-ארבעטן.

דפים בנושא:


הערות: הכתבה היא תרגום ליידיש של הכתבה הגמלאי מחפש משמעות. לא ברור לי האם נח זבולוני תירגם את הכתבה, או שהייתה זו יוזמתו של העיתון.


Powered By Click for details


לעצטע נייעס לעצטע נייעס - עמוד פנימי 1988

לחצו על המפה לתצוגה מדוייקת ואפשרות לצפייה בכתבות מאותו אזור.
במפה זו מופיעות הכתובות הבאות: רחוב גת 19, ירושלים (מועדון הגימלאים - קרית משה)
 

ייזום והקמת האתר - אלי זבולוני - עולמות אפשריים בע"מ עולמות אפשריים בע"מ © 2010-2019 - עיצוב: סטודיו פיני חמו

© האתר ranaz.co.il והתוכן המצוי בו מוגנים בזכויות יוצרים. כל זכויות היוצרים על תוכן האתר שייכות לילדיו של נח זבולוני
כל התמונות באתר (אלא אם כן צוין אחרת) הן פרי יצירתו של אלי זבולוני בעל הזכויות בהם. אין לעשות בהן כל שימוש או לשנותן ללא הרשאה מפורשת מיוצר התמונות.
אין להעתיק, לשכפל, לחקות או לעשות כל שימוש בתוכן שבאתר ללא רשות בעלי הזכויות.
בקשות לשימוש בתוכן כלשהוא מהאתר יש לשלוח דרך דף צרו קשר.