לדוגמא: הרב שך | "הרב שך"
חפשו

נטורי קרתא געהערט די בכורה


מאת: נח זבולוני
פורסם: אונזער שטימע | פון דער ישראל-פרעסע - 02/03/1990 (יום ששי)
די נטורי קרתא אין ירושלים האבן באגריסט דעם געדאנק פון ארויסלאזן פאלעסטינעזישע אידענטיטעט-קארטן, נאר גלייכצייטיק פאדערן זיי "פריאריטעט", אדער די בכורה, ווייל פאקטיש האבן זיי מקדים געווען יאסער אראפאטן און פאר זייערע מענטשן ארויסגעלאזט א "יידישן דאקומענט" מיט א יאר-צוויי פריער.

אין שייכות מיט דער פארארדענונג פון אראפאטן אפצודרוקן היינטיקן חודש דאקומענטן און משפחה-לעגיטימאציעס פאר פאלעסטינעזער אויף די שטחים האבן די נטורי קרתא זיך צוגעאיילט און דעם "יידישן דאקומענט" אפגעדרוקט אין דריי שפראכן: "לשון קודש", יידיש און ענגליש, אין דער פארם פון א פאספארט, מיט אלע פערזענלעכע און משפחהדיקע אנגאבן, וואס דארף דינען ווי א באשטעטיקונג, אז דער וואס האט ביי זיך אזא דאקומענט, איז א ייד, אבער נישט קיין ציוניסט און האט נישט קיין שום שייכות צו דער פארעטערישער נאציאנאלער באוועגונג וועלכע האט באהערשט דאס הייליקע לאנד.

אינעם "יידישן פאקומענט" איז פאראן גיפטיקער פראפאגאנדע-מאטעריאל קעגן ישראל, אריינגערעכנט די מיינונגען פון גדולי התורה, וועלכע זענען געווען קעגן א מדינה און דעם ציוניזם. צווישן שיי: "חזון איש" (הרב קארעליץ פון בני ברק), ר' וועלוועלע סאלאווייטשיק, דער רב פון פריסק און אנד.

דער "אויסערן-מיניסטער" פון די נטורי קרתא הרב משה הירש, וואס איז באשטימט אויפן אמט פון "מיניסטער פאר יידישע ענינים" אין דער רעגירונג פון יאסער אראפאט, האט צוגעגעבן אז "איצט, ווען אראפאט האלט ביים פראקלאמירן די אנטשטייאונג פון אן עמיגראציע-רעגירונג פאר א צוקונפטיקער, פאלעסטינעזישער רעגירונג, וועט זי רעפרעזענטירן די גאנצע פאלעסטינער מדינה".

נח זבולוני ("דבר")

דפים בנושא:


הערות: המאמר הוא תרגום (ותמצות) של הכתבה: "נטורי קרתא": ברכות לערפאת אבל זכות הראשונים - שלנו שהופיעה בעיתון "דבר" בתאריך 21/11/1989.



Powered By Click for details


אונזער שטימע פון דער ישראל-פרעסע 1990

לחצו על המפה לתצוגה מדוייקת ואפשרות לצפייה בכתבות מאותו אזור.
במפה זו מופיעות הכתובות הבאות: רחוב עין יעקב 37, ירושלים (ביתו של הרב משה הירש (משוער)) | מאה שערים, ירושלים (נטורי קרתא)
 

ייזום והקמת האתר - אלי זבולוני - עולמות אפשריים בע"מ עולמות אפשריים בע"מ © 2010-2019 - עיצוב: סטודיו פיני חמו

© האתר ranaz.co.il והתוכן המצוי בו מוגנים בזכויות יוצרים. כל זכויות היוצרים על תוכן האתר שייכות לילדיו של נח זבולוני
כל התמונות באתר (אלא אם כן צוין אחרת) הן פרי יצירתו של אלי זבולוני בעל הזכויות בהם. אין לעשות בהן כל שימוש או לשנותן ללא הרשאה מפורשת מיוצר התמונות.
אין להעתיק, לשכפל, לחקות או לעשות כל שימוש בתוכן שבאתר ללא רשות בעלי הזכויות.
בקשות לשימוש בתוכן כלשהוא מהאתר יש לשלוח דרך דף צרו קשר.