לדוגמא: הרב שך | "הרב שך"
חפשו

אויך עקסטרעם-פרומע זענען אויפגעבראכט אויף הרב פרץ


מאת: נח זבולוני
פורסם: לעצטע נייעס | לעצטע נייעס - עמוד פנימי - 24/06/1991 (יום שני)
צווי חרדישע גרופן: נטורי קרתא און די פאנאטיקער וואס ווילן שוין איצט. אויפבויען דעם בית המקדש, האבן די טעג רעאגירט אויף די לעצטע ארויסטריטן פון הרב יצחק פרץ.

די נטורי קרתא האבן צוזאמענגערופן א זיצונג פון זייער העכסטער אינסטאנץ, באקאנט ווי "דער ראט פון די זיבן" כדי אנצונעמען א שטעלונג צו די "פלאפלערייען" פון הרב פרץ, וועמען מען באשולדיקט, אז ער און זיינסגלייכן ברענגען צו שמד מיליאנען יידישע קינדער און נישט די פרייע קיבוצים.

די נטורי קרתא באשולדיקן די הברים פון הרב פרץ אין דער רעגירונג, ד"ה די רעליגיעזע און חרדים, אז זיי האבן געגעבן א הכשר די "טייוול-מדינה" און מיט דעם פירן זיי צו שמד מיליאנען יידן וועלכע גלויבן תמימות-דיק, אז אלץ וואס די רעגירונג טוט איז לטובת יידן. די נטורי-קרתא-לייט רופן הרב פרצן און זיינע חברים אין דער רעגירונג - די אגודהניקעס און מענטשן פון דגל התורה - זיך אפצושיידן פון די סעקולערע יידן. ערשט דעמאלט וועלן זיי האבן די רעכט צו זאגן מוסר די קיבוצים און נישט כלזמן זיי זיצן אין דער רעגירונג וואס איז "א פעסטונג פון אפיקורסות".

בעת א טרעפונג מיט זשורנאליסטן האט אנגעוויזן דער "אויסערן-מיניסטער" פון נטורי קרתא, הרב הירש, אויף דער צביעות פון הרב פרץ און די "רבנים מעטם", וועלכע כשרן דעם שרץ (דעם וועלטלעכן עסטאבלישמענט) מיט ק"ן טעמים. הרב פרץ, זאגט ער, אמיטרט ווי דער קליטה-מיניסטער אין א מדינה וואס בונטעוועט זיך קעגן תורת משה און ברענגט די עטיאפישע יידן אין א לאנד ווו די מערהייט איינווינער עסן טריפות ונבלות און זענען מחלל שבת און יום-טוב. נישט די וועלטלעכע קיבוצים דארף מען באשולדיקן, זאגט ער, נאאר אים - הרב פרצן.

הרב הירש האט אויך דערמאנט, אז די גדולים פון אגודת ישראל האבן בשעתו ארויסגעגעבן א פסק הלכה, אז מען טאר נישט דערלויבן די עטיאפישע יידן טרעטן אויף דער ישראל-ערד איידער זיי וועלן זיך מגייר זיין. אין דעם זין האט ער ציטירט דעם געוועזענעם פארזיצער פון דער מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל אין אמעריקע, הרב משה פיינשטיין ז"ל וועלכער האט געפסקנט, אז מען טאר נישט ברענגען די עטיאפישע יידן קיין ארץ-ישראל, אויב זיי וועלן פריער ניט דורכמאכן דעם גיור-צערעמאניאל.

אויך הרב משה געטל, מנהיג פון דער גרופע וואס וויל שוין איצט אויףבויען דעם בית המקדש האט געזאגט, אז מען קען נישט פארהוילן דעם פאקט, אז אלע תורה - מוסדות זענען דא אויפגעבויט געווארן מיט דער הילף פון די וועלטלעכע חלוצים, וועלכע זענען מאסווין עולה געווען און נישט געווארט אויף דער דערלויבעניש פון רבנים און אדמו"רים, וועלכע זענען געווען קעגן עליה און אומגעקומען צוזאמען מיט זייערע חסידים אין די גאזקאמערן.

הרב געצל איז ביי דער מיינונג, אז אין אונדזער דור, וועלכער איז געבליבן פאריתומט, אן גדולי התורה און חסידות, איז נישטא ווער עס זאלזיין בארעכטיקט צו זאגן מוסר, וויל אויב ער וועט עס טאן וועט מען אויף אים אנפאלן און אנהייבן קריטיקירן ...

הרב געצל האט אויסגענוצט דעם סקאנדאל מיט הרב פרץ כדי אויסצוטרעטן קעגן די פאנאטישע עסקטרעמיסטן וואס גרופירן זיך ארום דעם "בית דין צדק", האלטן נישט וועגן אויפבויען דעם בית המקדש פונדאסניי און ברענגען קרבנות, נישט געקוקט וואס אזעלכע גדולים ווי ר' עקיבא אייגער, דער חתם סופר, זיין זון ר' שמעון סופר, דער חפץ חיים און אנדערע האבן געשריבן, או "מען דארף זיך באמיען צו באקומען א דערלויבעניש מקריב צו זיין קרבנות אויפן ארט ווו דער בית המקדש איז געשטאנען, ווייל די פוסקים האלטן, אז "מקריבין אף על פי שאין בית המקדש".

הרב געצל דערציילט א פאר טשיקאווע פרטים דהיינו, אז הרב יצחק גינזבורג פון כפר חב"ד, האט זיך נוהג געווען עולה צו זיין צום הר הבית מיט זיינע תלמידים נאר געמוזט אויפהערן דאס צו טאן צוליב דער קעגנער שאפט און די דראאונגען פון די עסקטרעמע. דעם רב טענדל האבן די מזרחי-רבנים אפגעזאגט צו געבן א רעקאמענדאציע-בריוו וויל ער פלעגט ארויפגיין אויפן הר הבית.

הרב געצל האלט, אז די קאמוניסטישע שיטה פון ארעסטירן יידן וועלכע לערנען תורה ווערט ווייטער פראקטיצירט דורך די פירער פונעם "בית דין צדק", וועלכע שטעלן זיך ארויס מיט א פרומער מינע אויף די געזיכטער און זאגן, אז מיר לעבן אין די טעג פון ביאת המשיח. זיי ווערן אויפגעבראכט ווען זיי הערן, אז "עס קאן געמאלט זיין ימות המשיח אן משיח". ווי עס שרייבט דער אור החיים אין פרשת בלק.

הערות: הכתבה היא תרגום ליידיש של הכתבה הקורה של הירש. לא ברור לי האם נח זבולוני תירגם את הכתבה, או שהייתה זו יוזמתו של העיתון.
Powered By Click for details


לעצטע נייעס לעצטע נייעס - עמוד פנימי 1991

לחצו על המפה לתצוגה מדוייקת ואפשרות לצפייה בכתבות מאותו אזור.
במפה זו מופיעות הכתובות הבאות: רחוב קפלן 2, ירושלים (המשרד לקליטת העליה משנות ה-70 לערך) | אתיופיה | רחוב עין יעקב 37, ירושלים (ביתו של הרב משה הירש (משוער)) | הר הבית ירושלים | מאה שערים, ירושלים (נטורי קרתא)
 

ייזום והקמת האתר - אלי זבולוני - עולמות אפשריים בע"מ עולמות אפשריים בע"מ © 2010-2024 - עיצוב: סטודיו פיני חמו

© האתר ranaz.co.il והתוכן המצוי בו מוגנים בזכויות יוצרים. כל זכויות היוצרים על תוכן האתר שייכות לילדיו של נח זבולוני
כל התמונות באתר (אלא אם כן צוין אחרת) הן פרי יצירתו של אלי זבולוני בעל הזכויות בהם. אין לעשות בהן כל שימוש או לשנותן ללא הרשאה מפורשת מיוצר התמונות.
אין להעתיק, לשכפל, לחקות או לעשות כל שימוש בתוכן שבאתר ללא רשות בעלי הזכויות.
בקשות לשימוש בתוכן כלשהוא מהאתר יש לשלוח דרך דף צרו קשר.
הצהרת נגישות